װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.39.0-wmf.22
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
גאדג'ט
שיחת גאדג'ט
הגדרת גאדג'ט
שיחת הגדרת גאדג'ט
משה טייטלבוים
0
2710
580431
577828
2022-07-31T03:50:55Z
213.137.72.57
/* ביבליאגראפיע */
wikitext
text/x-wiki
{{אדמו"ר
|נאמען=משה טייטלבוים
|טיטל=סאטמארער רבי
|בילד=MosesTeitelbaum.jpg
|באשרייבונג=דער ברך משה זצ"ל
|עיקר חיבור=ברך משה
|געבורט דאטע=[[י"ב חשוון]] [[ה'תרע"ה]]
|געבורט ארט=[[סיגעט]], [[רומעניע]]
|פטירה דאטע=כ"ו ניסן [[ה'תשס"ו]]
|קבורה ארט=[[קרית יואל]]
|חסידות= סאטמאר
|נומער אין דינאסטיע=2
|פירערשאפט = תש״ם – תשס״ו
|פאריגער=רבי [[יואל טייטלבוים]]
|נאכפאלגער=זיינע צוויי זין:{{ש}}רבי [[אהרן טייטלבוים]]{{ש}}רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]]
|פאטער=[[חיים צבי טייטלבוים]]
|מוטער=ברכה סימא
|ווייב1=חנה
|קינדער1=חנוך העניך, חיים צבי, אסתר
|ווייב2=פעסיל לאה
|קינדער2= חיה מייזליש{{ש}}אהרן טייטלבוים{{ש}}חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים{{ש}}יקותיאל יהודה טייטלבוים{{ש}}שלום אליעזר טייטלבוים{{ש}}ברכה סימא מייזליש{{ש}}הענדל האלבערשטאם
}}
רבי '''משה טייטלבוים''' ([[ה'תרע"ה]] - [[כ"ו ניסן]] [[ה'תשס"ו]]) (1914 - 2006) איז געווען דער אב"ד פון [[סיגעט]] און שפעטער געווארן [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי.
ער איז געווען א פלומעניק און [[ממלא מקום]] פון זיין פעטער דעם אלטן סאטמארער רבי'ן, רבי [[יואל טייטלבוים]] וואס איז געשטארבן קינדערלאז.
== לעבנסגעשיכטע==
משה טייטלבוים איז געבוירן צו זיין פאטער הרב [[חיים צבי טייטלבוים]] דער ״עצי חיים״ און זיין מוטער ברכה סימא אין דער [[שטאט]] [[ראצפערט]], וואס זיינע עלטערן זענען אהין אנטלאפן ביים אויסברוך פון דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] און איז אויפגעצויגן געווארן אין [[סיגעט]]. אלס קינד פון 11 יאר איז ער געווארן א [[יתום]] פון טאטן און מאמען.
געווען רב פאר'ן [[חורבן אייראפע]] אין דער שטאט [[זענטא]], [[יוגאָסלאַוויע]].
זיין ערשטע ווייב חנה מיט דריי קינדער חנוך העניך, חיים צבי און אסתר, זענען אומגעקומען ביי דער קריג הי"ד.
נאך דעם חורבן איז ער קודם געווארן רב אין [[סיגעט]] אויף זיין טאטנס און זיין ברודער'ס שטוהל. ער האט נאכאמאל [[חתונה]] געהאט מיט א קרוב זיינער, א אייניקל פון ייטב לב, א מלחמה איבערלעבער, פעסיל לאה טייטלבוים, אום כ"א אדר תש"ו, אין סיגעט.
ער איז אנגעקומען קיין [[ניו יארק]] [[צום גדליה]] ה'תש"ז. עס האט אים שוין אפגעווארט א קהילה פון פיל סיגעטער תלמידים און חסידים, [[קהל עצי חיים סיגעט]]. די קהילה האט שוין פון פאראויס געהאט געקויפט א הויז צו וואוינען און פאר א [[בית המדרש]] אויף 152 יוז סטריט. דאס איז די סיגעטער שוהל ביזן היינטיגן טאג, און אויך די דירה פונעם היינטיגן סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר' אהרן טייטלבוים.
אין יאר תשכ"ה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין [[בארא פארק]], ער האט זיך קודם אריינגעצויגן אויף 15'טע עוועניו און דער 49סטער גאס וואו עס איז היינט די אלכסנדר שול, שפעטער אום יאר תשל"ב האט ער באנייעט זיין נייעם ביהמ"ד אין דער 49סטער גאס.
ער איז געווען א דיין לעניני ממונות יארן לאנג, וואו ער האט קודם געהאט זיין אייגענעם בי"ד. נאכער האט ער געדינט אלץ חבר אין די בית דין פון [[התאחדות הרבנים]] און אויך א [[בעל מכשיר]] פאר [[מיעל מארט]] [[פלייש]].
[[כ"ו אב]] תש"מ, ווען ער איז אלט געווען 66 [[יאר]], צום ערשטן יארצייט פון פריערדיגן סאטמארער רבין, רבי יואל, איז ער געווארן עמטליך אויפגענומען אלס [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[רבי]] און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גאנצער וועלט האבן זיך מסתופף געווען ביי אים.
[[טעקע:Hachture reb moshe titelboum.JPG|קליין|400px|center|ביי זיין הכתרה אין [[קרית יואל]] אלס סאטמארער רבי]]
ער איז געשטארבן 6:50 אוונט [[כ"ו ניסן]] [[ה'תשס"ו]], (דינסטיג אפריל 25)
ער האט דערלעבט זעקס קינדער און 86 אייניקלעך און אור אייניקלך. און איין אור אור אייניקל וואס איז געבוירן אין זיין סאמען לעצטן טאג, און טויזנטער חסידים.
== משפחה ==
זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חנה, א טאכטער פון זיין פעטער רבי חנוך העניך מאיער, אן איידעם ביים [[חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים|קדושת יו"ט]]. זייערע קינדער:
* חנוך העניך
* חיים צבי
* אסתר
מרת חנה מיט אירע קינדער זענען אומגעקומען אין [[אוישוויץ]], דעם צווייטן טאג [[שבועות]] ה'תש"ד.
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת פעסיל לאה, א טאכטער רבי אהרן טייטלבוים פון [[וואלאווע]], אן אייניקל פונעם [[משה טייטלבוים (ישמח משה)|ישמח משה]]. זייערע קינדער:
* מרת חיה ע"ה (נפ' שבט תשנ"ג פון [[קענסער|ראק]], ווייב פון רבי דוב בעריש מייזליש (רב פון דער סאטמארער קהילה אין [[בארא פארק]])
* רבי [[אהרן טייטלבוים]] (סאטמארער רבי פון קרית יואל), האט געהייראט מרת סאשא, טאכטער פון רבי [[משה יהושע האגער]] וויזשניצער רבי פון בני ברק.
* רבי [[ליפא טייטלבוים]] (רב פון ביהמ"ד ברך משה זענטא), האט געהייראט מרת רחל, טאכטער פון ר׳ יוס׳ל אשכנזי [[גבאי|משב״ק]] פון בעל הדברי יואל מסאטמאר זי״ע.
* רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]] (סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג), האט געהייראט מרת חיה שרה, טאכטער פון רבי משה שפיטץ מביסטריץ זצ״ל.
* רבי [[שלום אליעזר טייטלבוים]] (רב פון סאטמארער שטיבל 15טע עוועניו, בארא פארק), האט געהייראט מרת גינעענדל, טאכטער פון רבי משה אריה האלבערשטאם, נאסוידער רבי.
* מרת ברכה סימא, אשת ר' דוד מייזליש (רב פון דער סאטמארער קהילה אין [[מאנטרעאל]], [[קאנאדע]]).
* מרת הענדל, אשת ר' [[חיים יהושע האלבערשאם]] (רב פון קהל ויואל משה אין [[מאנסי]]).
כ"ג תמוז תש"ע איז די רביצין פעסיל לאה נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 87 יאר. זי איז באערדיגט אינעם סאטמארער אוהל אין קרית יואל, מאנרא.
==זיינע ספרים ==
ווען ער איז געווארן [[רבי]] פון [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] איז ארויסגעקומען זיינע חידושים אין א קונטרס פארמאט '''מהר"ם ט"ב''' דורך זיינע [[חסיד]]ים און תלמידים וואס האבן פארשריבן זיינע תורות יעדע וואך.
<center><gallery>
Image:ברך משה.jpg|דער ספר ברך משה על התורה
Image:שער בלאט.jpg| די ערשטע זייט פונעם ספר
</gallery></center>
'''ברך משה''' איז דער נאמען פונעם ספר חידושים וועלכער איז ערשינען פונעם סאטמארער רבי'ן ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און עס ווערט ארויסגעגעבן דורך הר"ר נפתלי הירצקא צוויבל - חברותא פונעם רבי'ן, און סאטמארער ראש הכולל, וועלכער ער האט אים באַאויפטראגט מיט דער הייליגער ארבעט.
'''''ערשיינונג פון די ספרים:''''' דער ערשטער חלק בראשית האט אנגעהויבן צו ערשיינען בחודש אב שנת תשנ"ה לפ"ק זייענדיג אין דער צייט ווען מרן המחבר זי"ע האט אויפגעהערט צו זאגן ש"ס תורה ברבים. חלק ב' שמות איז ערשינען בשנת תשנ"ז, חלק ג' ויקרא בשנת תשנ"ט, חלק ד' במדבר בשנת תשס"א, חלק ה' דברים בשנת תשס"ב, מועדים חלק א' ימים נוראים ערשינען בשנת תשס"ח, מועדים חלק ב' ערשינען בשנת תש"ע.
'''''די תורה שרייבער:''''' הר"ר [[שמואל הכהן פריעדמאן]]- משב"ק, הר"ר נפתלי הירצקא צוויבל - חברותא פונעם רבי'ן, הר"ר [[יעקב ווייס]] ראש ישיבת פאפא, הר"ר מנחם הירש
און בקרוב קומט ארויס די איבריגע חלקים אויף די מועדים און אויף סוגיות הש"ס.
עפ"י רוב זיינע חידושים פון פארן קריג איז פארלוירן געגאנגען ביי דער צווייטע וועלט קריג.
עס איז ארויסגעקומען א ספר מיטן נאמען מילי דמיטב.
און א הגדה ברך משה.
זיין לעבנס-געשיכטע ווערט אויספירליך באשריבן אויף די יודישע שפראך אין די ספרי "ומשה היה רועה".
== מחלוקת און שווערע מערכות פון זיין הנהגה ==
זיין לעבן איז געווען אנגעפילט מיט צרות און רדיפות מצד א טייל פון די סאטמארער [[חסיד]]ים וואס האבן נישט געקענט איינשטימען אז מען נעמט אויף א צווייטן רבי אויפן פלאץ פון זיין פעטער. דאס איז אנטשטאנד געקומען אין ליכט וואס אסאך זייטיגע רבנים האבן אים נישט פארגינען דעם מלוכה שטול, און ווען דער פריערדיגער רבי האט געלעבט האבן זיי זיך נישט געוואגט צו בונטעווען. און אזוי אויך איז פאראן מענטשן וואס טענה'ן נאך ביז היינט אז קיינער קען נישט איבערנעמען דעם טראן פונעם ערשטן (און לויט זיי איינציגן) רבי'ן דער בעל דברי יואל. און וויבאלד זיי האבן פראבירט צו שטערן די הנהגה, האט דער רבי נישט געהאט קיין אנדער ברירה נאר זיי מרחק צו זיין פון דער קהילה. און פון זיי האט זיך פארמירט קהל בני יואל.
ס'איז געווען פארשידענע מערכות וואס זיי האבן געפירט מיט אים במשך די יארן: די חלב פרשה, [[קרית יואל סקול דיסטריקט]] און נאך.
אין יאר תשנ’’ט, האט דער גבאי משה פרידמאן מיט אליעזר קעסטנבוים זיך צעקריגט מיט זיין עלטסטער זון ר' אהרן. און זיי האבן טאקע אלס נקמה אויסגעניצט דעם רבי'נס שווערן געזונט צושטאנד גרויס צומאכן דעם דריטן זון וואס איז געווען ביז דאן אומבאקאנט און שטיל אן קיין שום פירסום. זיי האבן אים געברענגט פון ירושלים צו זיין רב אין וויליאמסבורג און דערנאך געמאכט אלס רבי. אזוי ארום צוריק ברענגענדיג די שונאים פון דעם טאטן זאלן זיך פאראייניגן קעגן די [[חסיד]]ים פון טאטן וואס זענען יא פארבליבן ביים עלטסטן זון.
טראץ דעם הערשן גרויסע מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די בני יואל, צי מען זאל שטיצן רבי זלמן לייב אדער נישט.
<gallery>
טעקע:Satmar-shlita.jpg|סאטמאר רבי ז"ל געבט לחיים, ווערט געזען אויך זיין זון דער סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג, רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]]
בילד:Satmar bm.jpg|קליין| הרב יקותיאל יהודה לייב זלמן טייטלבוים אדמו"ר מסטמאר צו זיין טאטע ה'''ברך משה''' באהבה אחווה שלום וריעות
בילד:Rebbe with r ahron.jpg|קליין|250px|הרב אהרן טייטלבוים אדמו"ר מסטמאר צו זיין טאטע ה'''ברך משה''' באהבה אחווה שלום וריעות
טעקע:Satmaroriginal.jpg|אין די אינגערע יארן מיט זיין פעטער דער סאטמארער רבי ר' [[יואל טייטלבוים]] ז"ל
|ביי מגילה ליינען ליל פורים
</gallery>
==ביבליאגראפיע==
* [[ומשה היה רועה]], יצחק מיטעלמאן און שמואל שלמה טעלער
==וועבלינקען==
* [[ווידעא קליפ]]: [[יארצייט]] [[טיש]] [[כ"ו אב]] אין [[קעמפ]] מחנה דברי יואל, די לעצטע יאר פון זיין לעבן. [http://video.google.com/videoplay?docid=-1155394576485675135]
{{סדרה|די געוועזן=הרב [[יואל טייטלבוים]] <br/>''דברי יואל''|די קומענדיק=הרב [[אהרן טייטלבוים]]<br/>הרב [[זלמן לייב טייטלבוים|יקותיאל יהודה טייטלבוים]]|רשימה=[[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי<br />תש"ם - תשס"ו}}
{{גרונטסארטיר:טייטלבוים, משה}}
[[קאַטעגאָריע:רבני אונגארן]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:סאטמאר|משה]]
[[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורגער רבנים]]
eca4l929revj63evtc9fw08guo3ismr
יצחק טוביה ווייס
0
6290
580426
579633
2022-07-30T20:51:35Z
185.105.176.60
wikitext
text/x-wiki
{{רב
| נאמען = הרב יצחק טובי' ווייס
|יידישע געבורט דאטע= [[תרפ"ו]]
|בילד = Reb tovia wies.JPG
|אמטן = גאב״ד פון דער [[עדה החרדית]], [[ירושלים]]{{ש}}דיין אין אנטווערפן
}}
[[בילד:יצחק טוביה וייס.JPG|קליין| הרב יצחק טוביה ווייס מיט הרב [[יהושע לייפער]], מנהל פון מכון ״[[עוז והדר]]״ (אויגוסט 2015)|250x250פיקס]]
הרב '''יצחק טוביה ווייס''' (געבוירן 26סטן אויגוסט 1926 [[ט"ז אלול]] תרפ"ו) נפטר געווארן יולי 30 ב'אב תשפ''ב 2022 איז דער גאב"ד פון דער [[עדה החרדית]] אין [[ירושלים]] און [[ראש ישיבה]] פון חכמת התורה אין ירושלים.
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן תרפ"ו אין דער שטאט פעזינג (Pezinok), נעבן [[בראטיסלאווא]] אין [[טשעכאסלאוואקיי]] (היינט אין [[סלאוואקיי]]) אלס דער יונגסטער זון פון זיין טאטן הרב שלמה ווייס און זיין מאמע ריקל. דער טאטע איז געווען א מגיד שיעור אין שטעטל און א תלמיד פון [[שמחה בונם סופר|שבט סופר]], און פאר זיין פרנסה איז ער געווען א האלץ סוחר. אינדערפרי האט ער געלערנט אין דער ארטיגער סעקולערער [[שולע]], און נאכמיטאג האט ער געלערנט מיט א [[מלמד]].
ער איז געקומען קיין [[לאנדאן]] פאר דער מלחמה און געווארן א תלמיד פון רבי [[משה שניידער]] אין זיין ישיבה [[תורת אמת]] אין לאנדאן, [[ענגלאנד]], וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט די ברידער רבי [[משה שטערנבוך|משה]] און רבי [[אליהו שטערנבוך]] (וואס איז געווען ראב"ד [[מחזיקי הדת (אנטווערפן)|מחזיקי הדת]], אנטווערפן). נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם [[גייטסהעדער כולל]] ביי רבי [[אליהו דעסלער]]; ווען רבי דעסלער איז אריבער צו [[פאנאוועזשער ישיבה|פאנאוועזש]], איז רבי ווייס געווארן ראש כולל אין זיין ארט.
אין תשכ"ז איז ער געווארן א מגיד שיעור אין [[ישיבת עץ חיים ווילרייק]] אסאך יארן, און געווארן רב אין [[גער (הויף)|גערער]] שטיבל אין אנטווערפן. שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין פון דער דארטיגער [[מחזיקי הדת]] קהילה אונטערן רבנות פון הרב [[חיים קרייסווירטה]]. ער איז נישט געווארן אנטווערפענער רב נאר ארויף קיין ירושלים.
ער איז געוועזן יארן לאנג אין [[בית דין]] פון דער חרדישער קהילה "מחזיקי הדת" אין [[אנטווערפן]]. סוף האט מען אים גענומען קיין ירושלים נאכדעם וואס די [[ארונים]] מיט [[תולדות אברהם יצחק]] האבן געקעמפט קעגן רבי [[ישראל חיים מנשה פרידמאן]], און צוזאמען מיט [[דושינסקי]] דעפוטאטן וואס זענען משפחה מיט רבי טוביה איז ער געווען דער אלטערנאטיווער קאנדידאט וואס האט געוואונען די אפשטימונג אין [[עדה החרדית]] הנהלה צו קרוינען פאר ירושלים [[רב]].
דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: [[יידיש]], [[ענגליש]], [[לשון הקודש]] און [[העברעאיש]], [[דייטש]], [[פלעמיש]], [[אונגאריש]] און [[טשעכיש]].
נאך זיין וויב'ס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני רייזל, די אלמנה פון [[אוריאל צימער]].
דערנאך האט ער געהייראט בזיווג שלישי גאלדא שפרה (תרצ״ו - ט״ו כסלו תש״פ), די אלמנה פון הרבני וואלף בער לעבאווויטש א טאכטער פון הרב בנימין חיים פעלדמאן פון סיגעיט,{{הערה|{{cite web|url=https://www.bhol.co.il/news/1058237|title=אבל ב'עדה החרדית': אשת הגאב"ד - נפטרה|publisher=בחדרי חרדים}}}} ער איז געווארן א שוואגער פון הרב מייזליש דער סיגעיטער רב.
דער פשעווארסקער רבי ר' [[יעקב לייזער]] האט אמאל אין מיטן א שיעור פון פרקי אבות געזאגט פשט אין דער משנה ״כל הבורח מהכבוד הכבוד בורח אחריו״ מיינט אזא יוד ווי אונזער דיין רבי טוביה וואס איז בורח מכבוד וסוף הכבוד לבוא, און שפעטער איז דאס טאקע מקוים געווארן ווען ער איז געווארן דער גאב"ד עדה החרדית.
אין ארץ ישראל ביי פארשידענע חילוקי דעות אין הלכה, האט מען געזען אז אים קען מען נישט רוקן, אבער מיט פיל חכמה קיינמאל קיינעם נישט באליידיגט קיינעם נישט פערזענליך אבער שטארק מיט זיין מיינונג ווי אן אלטער פאררצייטישער רב, ער האט זיך נישט צוריק געהאלטן אנצופרעגן הרב וואזנער זיין מיינונג צי ער איז גערעכט צי נישט מיט פיל ענווה און אמת.
אויך ביי דער סאטמאר מחלוקה האט ער זיכער געמאכט לגבי דער שאלה אין בני ברק אז ס'זאל קומען צו א רבנישן בית דין, וואו ער האט ממנה געווען הרב נפתלי פרענקל פון דער עדה החרדית אלס ראש בית דין.
די תלמידים פון דעם רב האבן ארויסגעגבן א שיין ספר "רבנו הגדול אמרו" אלע זיינע מעשיות וואס ער פארציילט פון זיין יוגנט און פון זיינע רבי'ס וואס איז פארכאפט געווארן צווישן טויזנעטר יודן, מעשיות מיט זייער א ארגינעלן טעם.
אין ניו יארק און לאנדאן האבן די מקורבים פון דעם רב מייסד געווען א קופת צדקה "קופת הגאב"ד" פון וואס דער רב טיילט אויס טויזנטער דאלער פאר עניי ירושלים פאר די ימים טובים. די קופה האט א וועד הרבנים, צווישן זיי הרב חיים פלאהר ראש כולל זכרון מנחם, הרב טורדוס זילבער יאווזשנער רב , הרב מאיר יודא טענענבוים טשאטא רב, וואס זיי שטעלן צוזאם דאס געלט, ווי אויך רופט די רב פערזענדלך נגידים פון איבער די וועלט צו העלפען די קאסע, און די רב פערזענדליך שטייט און שפיץ פון די ליסטע זיכער מאכען אז אלע תלמידי חכמים אין שטאט באקומען בדרך כבוד פאר יום טוב.
==נשיאות שומרי החומות==
[[כולל שומרי החומות]] (דער אונגארישער כולל) האט נאר געהאט נשיאים פון חוץ לארץ. די לעצטע יארן האט מען ממנה געווען צוויי רבנים אויך פון ארץ הקודש דאס איז דעם רב הרב ווייס צוזאמען מיט הרב [[שמואל וואזנער]] זצ"ל; נאך זיין פטירה איז געבליבן נאר הרב ווייס צו זאמען מיט די נשיאים פון חוץ לארץ.
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
{{גרונטסארטיר:ווייס, יצחק}}
[[קאטעגאריע:רבנים אין ירושלים]]
[[קאַטעגאָריע:דיינים]]
[[קאַטעגאָריע:עדה החרדית]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
gnhhfxcrzw6q9arupm8zcqj19ugqnva
580432
580426
2022-07-31T05:26:57Z
Dovidroth
32890
wikitext
text/x-wiki
{{רב
| נאמען = הרב יצחק טובי' ווייס
|יידישע געבורט דאטע= [[תרפ"ו]]
|בילד = Reb tovia wies.JPG
|אמטן = גאב״ד פון דער [[עדה החרדית]], [[ירושלים]]{{ש}}דיין אין אנטווערפן
}}
[[בילד:יצחק טוביה וייס.JPG|קליין| הרב יצחק טוביה ווייס מיט הרב [[יהושע לייפער]], מנהל פון מכון ״[[עוז והדר]]״ (אויגוסט 2015)|250x250פיקס]]
הרב '''יצחק טוביה ווייס''' (26סטן אויגוסט 1926 [[ט"ז אלול]] תרפ"ו - נפטר געווארן 30 יולי 2022 ב' אב תשפ"ב) איז גיווען דער גאב"ד פון דער [[עדה החרדית]] אין [[ירושלים]] און [[ראש ישיבה]] פון חכמת התורה אין ירושלים.

jqp6qqlbsm1195scyg6yyhj7t5e0u45
580433
580432
2022-07-31T06:01:12Z
Dovidroth
32890
wikitext
text/x-wiki
{{רב
| נאמען = הרב יצחק טובי' ווייס
|יידישע געבורט דאטע= [[תרפ"ו]]
|בילד = Reb tovia wies.JPG
|אמטן = גאב״ד פון דער [[עדה החרדית]], [[ירושלים]]{{ש}}דיין אין אנטווערפן
}}
[[בילד:יצחק טוביה וייס.JPG|קליין| הרב יצחק טוביה ווייס מיט הרב [[יהושע לייפער]], מנהל פון מכון ״[[עוז והדר]]״ (אויגוסט 2015)|250x250פיקס]]
הרב '''יצחק טוביה ווייס''' (26סטן אויגוסט 1926 [[ט"ז אלול]] תרפ"ו - 30 יולי 2022 ב' אב תשפ"ב) איז גיווען דער גאב"ד פון דער [[עדה החרדית]] אין [[ירושלים]] און [[ראש ישיבה]] פון חכמת התורה אין ירושלים.
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן תרפ"ו אין דער שטאט פעזינג (Pezinok), נעבן [[בראטיסלאווא]] אין [[טשעכאסלאוואקיי]] (היינט אין [[סלאוואקיי]]) אלס דער יונגסטער זון פון זיין טאטן הרב שלמה ווייס און זיין מאמע ריקל. דער טאטע איז געווען א מגיד שיעור אין שטעטל און א תלמיד פון [[שמחה בונם סופר|שבט סופר]], און פאר זיין פרנסה איז ער געווען א האלץ סוחר. אינדערפרי האט ער געלערנט אין דער ארטיגער סעקולערער [[שולע]], און נאכמיטאג האט ער געלערנט מיט א [[מלמד]].
ער איז געקומען קיין [[לאנדאן]] פאר דער מלחמה און געווארן א תלמיד פון רבי [[משה שניידער]] אין זיין ישיבה [[תורת אמת]] אין לאנדאן, [[ענגלאנד]], וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט די ברידער רבי [[משה שטערנבוך|משה]] און רבי [[אליהו שטערנבוך]] (וואס איז געווען ראב"ד [[מחזיקי הדת (אנטווערפן)|מחזיקי הדת]], אנטווערפן). נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם [[גייטסהעדער כולל]] ביי רבי [[אליהו דעסלער]]; ווען רבי דעסלער איז אריבער צו [[פאנאוועזשער ישיבה|פאנאוועזש]], איז רבי ווייס געווארן ראש כולל אין זיין ארט.
אין תשכ"ז איז ער געווארן א מגיד שיעור אין [[ישיבת עץ חיים ווילרייק]] אסאך יארן, און געווארן רב אין [[גער (הויף)|גערער]] שטיבל אין אנטווערפן. שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין פון דער דארטיגער [[מחזיקי הדת]] קהילה אונטערן רבנות פון הרב [[חיים קרייסווירטה]]. ער איז נישט געווארן אנטווערפענער רב נאר ארויף קיין ירושלים.
ער איז געוועזן יארן לאנג אין [[בית דין]] פון דער חרדישער קהילה "מחזיקי הדת" אין [[אנטווערפן]]. סוף האט מען אים גענומען קיין ירושלים נאכדעם וואס די [[ארונים]] מיט [[תולדות אברהם יצחק]] האבן געקעמפט קעגן רבי [[ישראל חיים מנשה פרידמאן]], און צוזאמען מיט [[דושינסקי]] דעפוטאטן וואס זענען משפחה מיט רבי טוביה איז ער געווען דער אלטערנאטיווער קאנדידאט וואס האט געוואונען די אפשטימונג אין [[עדה החרדית]] הנהלה צו קרוינען פאר ירושלים [[רב]].
דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: [[יידיש]], [[ענגליש]], [[לשון הקודש]] און [[העברעאיש]], [[דייטש]], [[פלעמיש]], [[אונגאריש]] און [[טשעכיש]].
נאך זיין וויב'ס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני רייזל, די אלמנה פון [[אוריאל צימער]].
דערנאך האט ער געהייראט בזיווג שלישי גאלדא שפרה (תרצ״ו - ט״ו כסלו תש״פ), די אלמנה פון הרבני וואלף בער לעבאווויטש א טאכטער פון הרב בנימין חיים פעלדמאן פון סיגעיט,{{הערה|{{cite web|url=https://www.bhol.co.il/news/1058237|title=אבל ב'עדה החרדית': אשת הגאב"ד - נפטרה|publisher=בחדרי חרדים}}}} ער איז געווארן א שוואגער פון הרב מייזליש דער סיגעיטער רב.
דער פשעווארסקער רבי ר' [[יעקב לייזער]] האט אמאל אין מיטן א שיעור פון פרקי אבות געזאגט פשט אין דער משנה ״כל הבורח מהכבוד הכבוד בורח אחריו״ מיינט אזא יוד ווי אונזער דיין רבי טוביה וואס איז בורח מכבוד וסוף הכבוד לבוא, און שפעטער איז דאס טאקע מקוים געווארן ווען ער איז געווארן דער גאב"ד עדה החרדית.
אין ארץ ישראל ביי פארשידענע חילוקי דעות אין הלכה, האט מען געזען אז אים קען מען נישט רוקן, אבער מיט פיל חכמה קיינמאל קיינעם נישט באליידיגט קיינעם נישט פערזענליך אבער שטארק מיט זיין מיינונג ווי אן אלטער פאררצייטישער רב, ער האט זיך נישט צוריק געהאלטן אנצופרעגן הרב וואזנער זיין מיינונג צי ער איז גערעכט צי נישט מיט פיל ענווה און אמת.
אויך ביי דער סאטמאר מחלוקה האט ער זיכער געמאכט לגבי דער שאלה אין בני ברק אז ס'זאל קומען צו א רבנישן בית דין, וואו ער האט ממנה געווען הרב נפתלי פרענקל פון דער עדה החרדית אלס ראש בית דין.
די תלמידים פון דעם רב האבן ארויסגעגבן א שיין ספר "רבנו הגדול אמרו" אלע זיינע מעשיות וואס ער פארציילט פון זיין יוגנט און פון זיינע רבי'ס וואס איז פארכאפט געווארן צווישן טויזנעטר יודן, מעשיות מיט זייער א ארגינעלן טעם.
אין ניו יארק און לאנדאן האבן די מקורבים פון דעם רב מייסד געווען א קופת צדקה "קופת הגאב"ד" פון וואס דער רב טיילט אויס טויזנטער דאלער פאר עניי ירושלים פאר די ימים טובים. די קופה האט א וועד הרבנים, צווישן זיי הרב חיים פלאהר ראש כולל זכרון מנחם, הרב טורדוס זילבער יאווזשנער רב , הרב מאיר יודא טענענבוים טשאטא רב, וואס זיי שטעלן צוזאם דאס געלט, ווי אויך רופט די רב פערזענדלך נגידים פון איבער די וועלט צו העלפען די קאסע, און די רב פערזענדליך שטייט און שפיץ פון די ליסטע זיכער מאכען אז אלע תלמידי חכמים אין שטאט באקומען בדרך כבוד פאר יום טוב.
==נשיאות שומרי החומות==
[[כולל שומרי החומות]] (דער אונגארישער כולל) האט נאר געהאט נשיאים פון חוץ לארץ. די לעצטע יארן האט מען ממנה געווען צוויי רבנים אויך פון ארץ הקודש דאס איז דעם רב הרב ווייס צוזאמען מיט הרב [[שמואל וואזנער]] זצ"ל; נאך זיין פטירה איז געבליבן נאר הרב ווייס צו זאמען מיט די נשיאים פון חוץ לארץ.
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
{{גרונטסארטיר:ווייס, יצחק}}
[[קאטעגאריע:רבנים אין ירושלים]]
[[קאַטעגאָריע:דיינים]]
[[קאַטעגאָריע:עדה החרדית]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
57zvwa7gdx3kwlx6nfgf7gl4d2q04zk
אליהו דעסלער
0
36874
580429
571277
2022-07-31T01:01:52Z
החלבן
45461
wikitext
text/x-wiki
{{רב
| יידישע געבורט דאטע = ה'תרנ"ב
| יידישע טויט דאטע = כ"ה טבת ה'תשי"ד {{פאן ישראל}}
}}[[בילד:Grave of Eliyahu Eliezer Dessler.jpg|thumb|מצבה פון הרב אליה לייזער דעסלער|טעקסט=]]
הרב '''אליהו אליעזר ״אֶליְה לייזער״ דעסלער''' ([[ה'תרנ"ב]] - [[כ"ה טבת]] [[ה'תשי"ד]], {{קליין|[[1892]] - [[30סטן דעצעמבער]] [[1953]]}}) איז געווען איינער פון די גרויסע בעלי [[מוסר]] פון דעם [[קעלמער ישיבה|קעלמער דרך]] אין דעם [[20סטער י"ה|20סטן יארהונדערט]]. ער איז געווען א רב אין [[ענגלאנד]] און איינער פון די גרינדער פונעם [[גייטסהעדער כולל]]. בסוף ימיו איז ער געווען [[משגיח]] אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]].
== ביאגראפיע ==
הרב אליהו אליעזר (לייזער) איז געבוירן געווארן אין [[ליבאווע]], [[קורלאנד]] (היינט אין [[לעטלאנד]]). זיין פאטער, ראובן דוב דעסלער, איז געווען א געלונגערנער [[האלץ]] [[סוחר]] אין [[האמעל]] און א תלמיד פון איינעם פון די חשובע בעלי מוסר, הרב [[שמחה זיסל זיו]], "דער אלטער פון קעלם". זיין מוטער, הענא פריידל, איז געווען אן אייניקל פונעם גרינדער פון דער מוסר באוועגונג, רבי [[ישראל סאלאנטער]] (א טאכטער פון זיין טאכטער מלכה הינדא, וואס האט געהייראט רבי אליהו אליעזר גראדזענסקי).
==אנגעזעענע תלמידים==
* הרב אריה כרמל
* הרב [[חיים פרידלענדער]]
* הרב [[דוב ווין]]
* הרב [[יששכר מאיר]]
* הרב [[דוב צבי קארלנשטיין]]
* הרב [[משה שפירא]]
*הרב [[יעקב עדלשטיין]]
*הרב [[גרשון עדלשטיין]]
==משפחה==
אין [[1920]] [[ה'תרפ"א]] האט ער געהייראט בלומא, טאכטער פון רבי [[נחום זאב זיו]] און אן אייניקל פונעם אלטער פון קעלם. פֿון איר האָט ער געהאַט אַ זון און אַ טאָכטער:
* הרב [[נחום זאב דעסלער]], גרינדער פון דער העברעאישער אקאדעמיע פון קליוולאנד.
* '''הענא פריידל געלדזשלער''' ווייב זיין איידעם איז געווען הרב אליהו יהושע געלדזשלער
זיין ווייב, רביצין בלומא, איז נפטר געווארן אין דער נאכט פון [[שבת|שבת קודש]] [[כ"ג כסלו]] [[תשי"ב]] און איז באערדיגט געווארן אין [[סנהדריה בית עולם]].
{{גרונטסארטיר:דעסלער, אליהו}}
[[קאַטעגאָריע:לעטישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:מוסר באוועגונג]]
[[קאַטעגאָריע:ענגלישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי כוללים]]
[[קאַטעגאָריע:משגיחים]]
[[קאַטעגאָריע:פאנאוועזשער ישיבה]]
{{ייד-ביא-שטומף}}
etejztpp7y6vu0p5rucemz9d1e7tmqw
רבותינו שבדרום
0
52748
580430
580185
2022-07-31T02:30:19Z
החלבן
45461
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
דאס ספר '''רבותינו שבדרום''' ([[ירושלים]] [[ה'תשס"ח]] [[ה'תשע"א]]) באהאנדלט די לעבנס היסטאריע פון די רבנים וועלכע האבן אינספירירט דעם [[דרום]] מדבר מיט לערנען תורה און דער עפענונג פון דער [[אופקים]] ישיבה און [[תפרח ישיבת תושיה]]. דאס ספר דערציילט דערציילונגען וועגן דעם פערזענלעכן לעבן פון הרב [[שמשון פינקוס|שמשון דוד פינקוס]], רב פון [[אופקים]], און זיין ווייב חיה מינדל, און זייער טאכטער מרים. און זײַן קאָלעגע פריינד
ראש ישיבת אופקים הרב [[חיים קאמיל|חיים הכהן קאמיל]] מיט וויב מרת אסתר לאה קמיל.
חלק א' - תולדות שמשון, ביוגרפיה, עובדות והנהגות, חלק ב' פון ספר תולדות חיים (חלק ב' פון חיבור, תולדות ראש ישיבת אופקים, הרב חיים הכהן קמיל מיט ווייב מרת לאה אסתר כהן קמיל).
דער מחבר פונעם ספר איז תלמיד פון ליטווקעס ישיבות הרב אברהם אליעזר סופר ירושלים (בן להוריו הרב יעקב חיים סופר {{העב|יעקב חיים סופר (הנין)}} וחנה אירין סופר (לבית אמזלג)), הוצאה לאור עולם, חודש [[אדר ב']] יאר תשס"ח, הוצאה לאור, יריד הספרים [[גאולה|גאולה קווארטאל]] ירושלים.
== וועבליקען ==
[https://www.nli.org.il/en/books/NNL%20ALEPH002805484/NLI ספר רבותינו שבדרום] אין ישראל'ס נאציאנאלע ביבליאטעק
n2gdsjykcunwf5gqfbhztk46jbhuubd
דאנעצק
0
53584
580427
2022-07-31T00:51:03Z
Mupper-san
41233
געשאפן בלאט.
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Памятник_Ленину_(пл._им._Ленина,_Донецк).jpg|קליין|וולאדימיר לענין מאנומענט אין דאנעצק]]
'''דאָנעצק''' ({{שפראך-uk|Донецк}}, {{שפראך-ru|Донецк}}) איז א שטאט אין מזרח [[אוקראינע]] אונטער די [[דאנעצקער מענטשנ'ס רעפובליק|דאנעצקע פאלקסרעפובליק]] זינט 2014. דאנעצק געפירט זיך דעם [[דאנעצק גובערניע]], און איז הויפטשטאט פון דער גובערניע.
== היסטאריע ==
דאנעצק איז געשאפן אין 1869 דורך דזשאן הוגהעס אונטער נאמען '''איוזאווקא''' ({{שפראך-uk|Юзівка, איוזיווקא}}, {{שפראך-ru|Юзовка}}). נאך די [[רוסלאנדישע בירגערקריג]], דאנעצק איז גענאמען '''סטאלין''' ({{שפראך-uk|Сталін}}, {{שפראך-ru|Сталин}}) אדער '''סטאלינא''' ({{שפראך-uk|Сталіно}}, {{שפראך-ru|Сталино}}), פאר [[יאזעף סטאלין]]. אין 1961, [[ניקיטא כרושטשעוו]] גענאמען דער שטשט צו "דאנעצק".
אין 2014, דאנעצק איז געאקופירן פון רוסיש סעפאראטיסטן, און איז הויפטשטאט פון די [[דאנעצקער מענטשנ'ס רעפובליק|דאנעצקע פאלקסרעפובליק]]. אין א 2014 בלעטל, יידן פון דאנעצק איז געזאגן צו רעגיסטרירן אדער באצאלן קנס קארע. עס איז אומבאקאנט ווער געשאפן די בלעטל.
== רעפערענצן ==
<references />
[[קאַטעגאָריע:אוקראינע|רוסיש אינוואזיע]]
dphhcc62pjrwljatvyua0gssgaqgcpq
580428
580427
2022-07-31T00:53:39Z
Mupper-san
41233
רעפערענצן.
wikitext
text/x-wiki
[[טעקע:Памятник_Ленину_(пл._им._Ленина,_Донецк).jpg|קליין|וולאדימיר לענין מאנומענט אין דאנעצק]]
'''דאָנעצק''' ({{שפראך-uk|Донецк}}, {{שפראך-ru|Донецк}}) איז א שטאט אין מזרח [[אוקראינע]] אונטער די [[דאנעצקער מענטשנ'ס רעפובליק|דאנעצקע פאלקסרעפובליק]] זינט 2014. דאנעצק געפירט זיך דעם [[דאנעצק גובערניע]], און איז הויפטשטאט פון דער גובערניע.
== היסטאריע ==
דאנעצק איז געשאפן אין 1869 דורך דזשאן הוגהעס אונטער נאמען '''איוזאווקא''' ({{שפראך-uk|Юзівка, איוזיווקא}}, {{שפראך-ru|Юзовка}}).<ref>https://kehilalinks.jewishgen.org/colonies_of_ukraine/Yuzovka.htm</ref> נאך די [[רוסלאנדישע בירגערקריג]], דאנעצק איז גענאמען '''סטאלין''' ({{שפראך-uk|Сталін}}, {{שפראך-ru|Сталин}}) אדער '''סטאלינא''' ({{שפראך-uk|Сталіно}}, {{שפראך-ru|Сталино}}), פאר [[יאזעף סטאלין]].<ref>http://www.encyclopediaofukraine.com/display.asp?linkpath=pages%5CD%5CO%5CDonetsk.htm</ref> אין 1961, [[ניקיטא כרושטשעוו]] גענאמען דער שטשט צו "דאנעצק".
אין 2014, דאנעצק איז געאקופירן פון רוסיש סעפאראטיסטן, און איז הויפטשטאט פון די [[דאנעצקער מענטשנ'ס רעפובליק|דאנעצקע פאלקסרעפובליק]]. אין א 2014 בלעטל, יידן פון דאנעצק איז געזאגן צו רעגיסטרירן אדער באצאלן קנס קארע. עס איז אומבאקאנט ווער געשאפן די בלעטל.<ref>https://www.cnn.com/2014/04/17/world/ukraine-religious-threats/index.html</ref><ref>https://www.vox.com/2014/4/17/5624696/anti-semitic-flier-ukraine</ref>
== רעפערענצן ==
<references />
[[קאַטעגאָריע:אוקראינע|רוסיש אינוואזיע]]
1flhhz55muupeixz2vcfznihzyhqyx0